Yazory · יעזורי
לעצט דערהיינטיגט סעפטעמבער 8, 2026

פריוואטקייט פאליסי

ווער פירט דעם סיסטעם

יעזורי ווערט אנטוויקלט און געפירט דורך Synccos Inc.

וואס מיר זאמלען

מיר קענען זאמלען קאנטאקט אינפארמאציע, משפחה הילף אינפארמאציע, הבטחות, נדבות, באצאלונג סטאטוס, קבלות און אקטיוויטעט אינעם סיסטעם.

באצאלונג אינפארמאציע

קארטל און באנק אינפארמאציע ווערט זיכער אריינגעגעבן צום באצאלונגס פראוויידער. יעזורי האלט נישט פולע קארטל נומערן אדער CVV. מיר קענען האלטן א פראוויידער איידי, לעצטע פיר נומערן, קארטל סארט און באצאלונג סטאטוס.

וויאזוי מיר נוצן אינפארמאציע

מיר נוצן אינפארמאציע צו פירן הילף פארלאנגען, נדבות, קבלות, רעגולערע באצאלונגען, אויסצאלונגען, זיכערהייט, באריכטן און קאסטומער שטיצע.

מיט וועמען עס ווערט געטיילט

אינפארמאציע ווערט נאר געטיילט ווי נויטיג מיט בארעכטיגטע שטאב און משפחה פארוואלטער, באצאלונגס פראוויידערס, סערוויס פראוויידערס, אדער ווי דאס געזעץ פארלאנגט.

קאנטאקט

support@synccos.com · 845-285-2092